Source:
שילדבורגיר זעלצאמי אונט קורצווייליגי גישיכֿטי. באמשטרדם. וואונדר זעלצאמי קורצווייליגי. לושטיגי. אונ’ רעכֿט לעכֿירליכֿי גישיכֿטי אונ’ דטן דר וועלט בקאנטן שילדבורגר אין מיסנאפאטאמיא. הינטר אוטאפֿיא גילעגן: דורך דען האלב עדלין. געלט אונ’ עהרין בידארפֿטיגין הערין פאמפאניום פֿילצהוט וויילאנד שטאט שרייבר אונ’ נאכֿט וועכֿטיר אונ’ אובר שארין שטיין פֿעגיר צו שילדבורגשהויזין אויף גיצייכֿנט אונ’ דיא נאך קימלינג הינטר לאזין:
.Amsterdam, no date
fol. 52r-v
דאש דרייא אונ’ פירציגשטי קאפיטל
וויא איין שילדבורגר זיין זוהן אין די שול פֿיהריט אונ’ וואש זיא דא זעלבשט ביגעבין האט:
דעם נאך מן דיא יוגינט ניט פֿאר זוימן. זונדרין צייטליך אלש איין יונגין בוים ציהן אונ’ אונטר ריכֿטן. אלש וואלט איין וואול בנאמטיר שילדבורגר אויך זיין זוהן דיא יוגינש וואול לאזין אן ליגן. דעש האלבין נאם ער אים מיט זיך פיהריט אים בייא דער האנד אין דיא שטאט. קויפֿט אים צו ערשט איין פאר שיא פֿאר אכֿטצעהן גראשין. היר מיט בראכֿט ער אים צום שול מיינשטר. האלטיט אן דש ער אים לערנין זאלט. דער שול מיינשטיר פֿראגט אונטר אנדרין. אוב ער נאך ניקש קענט. ניין זאגיט דער פֿאטר. וויא אלט איזט ער. פֿראגיט דער שולמיינשטר פֿערנר. ער איזט דרייסיג יאר אלט. זאגט דער פֿאטר. איזט ער זוא אלט. שפראך דער שולמיינשטיר אונ’ האט נאך ניקש גילערנט. וואש דען קניפיל. זאגט דער פֿאטיר. וואש זאלט איינר אין דרייסיג יאהר לערנין. איך בין נון פֿינף אונ’ זעכֿציג יאהר אונ’ איין טאג אלט. אונ’ קען דענאך ניט זוא פֿיל. אלש איין דרעק וועהרט איזט. זאל ער עטוואז לערנין. זאגט דער שלמיינשטר. זוא ווערט עש שווער צו גיהן:
אונ’ אלש אין דעשין דיא שול שטובין טיר. אויף גאנגין וואר. אונ’ דער שילדבורגר אום גיפֿעהר גיזעהן האט. וויא דער פראפֿעסיר איין יונגין מיט רוטין גיפֿיצט האט. זאגיט ער. דיזר. מיין זוהן. דערף אבין ניט זוא גאר גילערנט אונ’ גישיקט ווערדן. דען אונזר משפחה גיבט עש ניט. ווען ער נור זאלכֿיר שווינגר אלש דוא ווערדין מאג. זוא האט ער שוין גינוג. אלש ווען ער פֿול גישיסן וועהר. מיר וואלין אונזר בעשט אן אים טוהן. זאגיט דער שולמיינשטר. הייסיט דארויף דש דרייסיג ייעריגי הענזיליין אניין גיהן. יא. זאגיט דער פֿאטיר איר מוזט עש קארץ מיט אים מאכֿין. אום מיין גוט געלד. איך וואלט אים גערין ווידר מיט מיר אהיים נעמן. איך וויל נור צום הוף שמיד גיהן. אונ’ בישלאגין לאזין דער נאך וויל איך אים ווידר הולין. אונ’ אייך אייער גוט געלד געבן. זוא נעם אים ליבר. זאגט דער שולמיינשטר איצונד ווידר מיט דיר. דען אין זוא קארצי צייט. קען איך ניקש מיט אים אויש ריכֿטין אלזו נאם דער פֿאטיר זיין זון ליין בייא דער הנד אונט פֿירטה אין ווידר היים צו דער מוטר: